Yitzy Lindner with a New Single: Where Are They

 

Lyrics:

איך קוק אויף די פארלאשינע לעכט, שוין געצינדן די אלע נעכט. אין א צימער וואס איז טינקל אינגאנצן, די לעצטע לעכטעלע טוט נאך טאנצן. מיינע אויגן פון דעם נישט אראפ איך נעם, אריין כאפן וויפוהל מער איך קען. אה... איך גיב זיך א דערמאן מ'גיט זיך א דריי, שוין נישט קיין לעכטעלעך פארהאן ווי זענען זיי, איך קען נישט גלייבן עס איז שוין אריבער, איך בין נאך צו דעם מחובר, ווי זענען זיי, ווי זענען זיי. איך גיב זיך א דערמאן דא יעצט איך שטיי, שוין נישט קיין לעכטעלעך פארהאן ווי זענען זיי ווי זענען מיין לעכטעלעך מיין ליבע, די קדושה מרובה, ווי זענען זיי, ווי זענען זיי. די אכט טעג שוין פארלאפן, אזוי שנעל האט עס גענומען, יעצט האב איך זיך אינגאנצען אליין געטראפן, און יעצט טוט עס צו מיר קומען. דארט ביי די לעכט געזינגען צוזאם, קיינער וועט קיינמאל אוועק נעמען פון מיר די הנאה, אבער יעצט אהן די פלאם, איך שפיר ווי ס'איז אוועק די השׁראה. איך גיב זיך א דערמאן מ'גיט זיך א דריי, שוין נישט קיין לעכטעלעך פארהאן ווי זענען זיי, איך קען נישט גלייבן עס איז שוין אריבער, איך בין נאך צו דעם מחובר, ווי זענען זיי, ווי זענען זיי. איך גיב זיך א דערמאן דא יעצט איך שטיי, שוין נישט קיין לעכטעלעך פארהאן ווי זענען זיי ווי זענען מיין לעכטעלעך מיין ליבע, די קדושה מרובה , ווי זענען זיי, ווי זענען זיי די צוויי טויזנט יאר שוין פארלאפן אזוי לאנג טוט עס נעמען אוי אבער מיר טוען נאך אלס האפן אחכה לו בכל יום שיבוא (אין בית המקדש:) דארט ביי די לעכט געצינדען צוזאם אינאיינעם מיט אהרן און יעצט ביים דור אחרון זוכט מען ניצוצות צו שׁארן היינט מ'זעהט נישט קיין אורות ווי זענען זיי, נאר ווען מ'צינט אהן די מנורת דא זענען זיי, אין יעדער לעכטעלע באהאלטן, קדושה וואס טוט הימלען שפאלטן, דא זענען זיי, דא זענען זיי אונזערע קרבנות, אור הגנוז, ווי זענען זיי, חרבנות, באשעפער פארקלאר עס ווייל פאר אונז ס'איז צו טייט און וואָר איז אז ס'איז מרור און נישט קלאָרער וואס איז די באדייט ס'בָּרור אז ס'איז צרות אוי וויי פאָטער ס'צו לאנג די קייט, מלחמת היצר-די פייט ביסט צו ווייט, צו צושיידט, אלעמאל אלעמאל אלע מיר בעטן הבט, פון סיי וועלעכע זייט, מער נישט טוהן קיין חטא. מיר ווערן דא צודרייט, ,וועסט אונז ארויס נעמען עלן מיר זיין דעדפרייט might ווייז דיין LIGHT שוין העכסט צייט, מאך עס אָל רייט, שיין שוין די wow, דער image אין sight, ארויס פון גלות מען גייט, די נייע בית המקדש וועט שוין זיין באנייט, height דיין מלכות וועט זיין אויפן העכסטן בזכות די לעכטעלעך די ריינע זאל במהרה בימינו משיח קומען צו גיין און זאגן דא זענען זיי דא זענען זיי

Post a Comment

Previous Next

نموذج الاتصال